א באריכט פון די פי פי איי איבער רעגירונ�� ציפערן ווייזט אן אז האולסעיל אינפלאציע איז געשטיגן אין סעפטעמבער מיט א יערליכע ראטע פון 6.3 פראצענט, וואס איז א שטארקע העכערונג אין קעגנזאץ צו אלגעמיינע אינפלאציע ביי מענטשן וואס איז נישט אזוי הויעך.
די יעצטיגע נומערן איז די ערגסטע זינט 2022, וואס באדייט אז מען קען שפירן די אפעקט דערפון אויף קאנסומער פרייזן אין די נאנטע צוקונפט.
⏳ ONLY 1 WEEK LEFT!. 📚 4 Dee Voch magazines delivered to your door EVERY WEEK!. 🔥 2 MONTHS AT HALF PRICE!.
Just $17/month instead of $34!. 🚨 New subscribers only. 👉 https://t.co/1vzO798YWv📲 718-305-5863 ext. 1
שיין בילד פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א ביים אסיפת הורים פארגאנגענעם וואך צום פתיחת שנת הלימודים תשפ"ז אינעם קארידאר פון ת"ת סאטמאר בנין פערלמוטטער וואו ער האט אנטייל גענומען כאחד מן השורה.
דער קאמאנדיר פון די דן ראיאן פאליציי אין מדינת ישראל, אלעד קליין, איז געזען געווארן מקיים זיין די מצוה פון הפרשת חלה ביי א באזוך אין די בארימטע וויזניצער בעקעריי, אינאיינעם מיט'ן ביזנעסמאן אבידוד בר ישראל.
יעצט אויף אן אינטערוויא אויף די פאקס נויז מידיע, האט @LawrenceBJones3 אנגעפרעגט @KatieZacharia "וואלסטו געוואלט ווען האבן מודיע געווען פארן פרעזידענט אז דו האסט נישט דורכגעמאכט די באר?"...
איידערן אריינגיין אין די 'כיכר השבת' סטודיא און ארויסלאזן די העדליין וואס האט אויפגעטרייסלט אלע מידיא קנאלן – אן אולטימאטום פאר סיי וועלכע קומענדיגע מדינת ישראל רעגירונג אז מען מוז לייגן דעם 'חוק הגיוס' אלס א העכסטע פריאריטעט - איז דער פארזיצער פון יהדות התורה, חבר הכנסת יעקב אשר, געזען געווארן אין אן ערנסטע שמועס מיט'ן איזראעלי זשורנאליסט און אינטערוויוער ישי כהן.
גאנץ כלל ישראל בכלל און די תושבים אין לעיקפראנט בפרט איגנארירן די אלע העצערייען און גייען אן מיט א שטארקקייט, ערווענענדיג דעם פאקט אז אט די זעלבע אנטיסעמיטן ארבעטן אנצוהעצן די געמיטער אין אלע חרדי'שע געגנטער לענגאויס אמעריקע און איבער דער גארער וועלט, און ��ין ערגעץ פאלט מען נישט פאר זייערע רדיפות און טשעפערייען. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק בקרב חסידיו, וועט פראווענען דעם שבת אין עיר התורה לעיקוואד, בבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' צבי זיסקינד הי"ו, וואס איז פאסיג צוגעגרייט אויפצונעמען דעם ציבור וועלכע וועלן זיך קומען מסתופף זיין בצל קדשו.
צוויי בחורי ישיבה, ארום 19-20 יאר אלט, ווערן יעצט אויפגעהאלטן אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון ארץ ישראל קיין אנטווערפן אויף שבת. לויט די באריכטן האבן די צוויי געהאט שוועריגקייטן צו ענטפערן אויף די שאלות ביי די גרעניץ קאנטראל, און זיי ווארטן שוין דארט פאר בערך פיר א האלב ��עה אן קיין שום קלארע הסבר פארוואס מ'האלט זיי אויף.
שבת קומט שוין אונטער, און די בחורים געפינען זיך דארטן אן קיין שום עסן אדער צרכי שבת. ווער עס קען נאר העלפן דורך קאנטאקטן די אויטאריטעטן אדער זיך פארבינדן מיט א לאקאלן קאנטאקט אין די דארטיגע קהילה, ווערט געבעטן זיך אנצורופן גאר דרינגענד.
@yoeli_brim "ממתי גניבה הפכה למותרת? 'לא תגנוב' זו מצווה מדאורייתא, ואין שום היתר הלכתי לקחת רכוש של מישהו אחר, לא משנה מי הוא."
סוגיות הלכתיות כאלו מעוררות כעת דיון ציבורי נרחב בנוגע לגבולות המדויקים של איסור גזל, והעניין החמור של חילול השם.