מאסן ציבור ביים כינוס רבבות ישראל יעצט באנאכט אין שטאט בני ברק, אין בעפארברייטונג צו די בחירות די וואך אין מדינת ישראל, אין שפיץ פון גדולי ומאורי הדור שליט"א (קרעדיט: שוקי לרר)
טראמפ איבער די סיטואציע מיט איראן: "איך האב גענומען די באשלוס, און איך טראכט נישט קיין צוויי דערויף. עמיצער האט מיר געפרעגט: 'אויב וואלט איר עס געדארפט איבערמאכן נאכאמאל...?' האב איך געזאגט: 'מיינסטו עס ערנסט?' איך האב גערעכנט אז די געז פרייזן וועלן זיך דאפלען אדער טריפלען, אבער דאס איז א קליינע פרייז צו באצאלן כדי צו האלטן נוקלע��רע וואפנס ווייט פון די הענט פון מטורפים."
די 'ניו יארק פאוסט' שטעלט זיך אויך אין די רייע און דעקט כלומר'שט ��ויף דראמאטישע פרישע דעטאלן איבער לעיקפראנט, אקעטשאבי, טענה'נדיג אז דאס קומט אלס רעזולטאט פון די אנגייענדיגע ניו יארקער אנטיסעמיטיזם...
ממני ילמדו נישט צו גלייבן קיין שום נאשליכע לויזע נייעס סטאנציעס.
איזראעלי I24 נייעס סטאנציע באריכטעט אז די אנגעבליכע סיבה פארוואס פילע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן פון ניו יארק קיין לעיקפראנט, איז "צוליב מאמדאני און ניו יארקער אנטיסעמיטיזם".
לייביש'ל זאגט: "משה, זיך מיר"...
אויסשליסליך: קלארע דיבורים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר היינט ביים תהילים שיעור בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל אין קרית יואל, צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חומר האיסור פון השתתפות אין די בחירות הטמאות בארה"ק, וועלכע איז א מרידה במלכות שמים, דערמיט האט דער רבי קלארגעשטעלט דעתו הברורה, אז מיט אזא ממשלה טאר מען נישט האבן קיין שייכ��ת, ולא יהא חלקינו עמהם, אל תלכו בדרך אתם.
גילוי דעת: די סומאטאכע ארום הרב צדקה: דער זקן מועצת חכמי התורה פון די ש"ס פאר��יי, הגאון רבי משה מאיה שליט"א, האט פארעפנטליכט א בריוו בכתב ידו, וואו ער שרייבט אז אויב זיין רבי, הגה"צ רבי יהודה צדקה זצ"ל, וואלט היינט געלעבט וואלט ער געהייסן דעם עולם ארויסצוגיין שטימען ביי די וואלן, צוליב דעם ביזיון התורה און דעם זלזול וואס מ'ווייזט היינט פאר תלמידי חכמים. די שארפע ווערטער זענען ארויסגעגעבן געווארן אין א ספעציעלן בריוו וואס איז געשיקט געווארן צום חשוב'ן רב, רבי יעיש דבדה שליט"א.