ביים פאראייניגטע כינוס גדולי ישראל וראשי ישיבות "מי לה' אלי", לקראת צו די בעפארשטייענדע וואלן אין מדינת ישראל, אויפצוטרייבן שטיצע פארן 'יהדות התורה' פארטיי' - אוית ג', איז געזעהן געווארן די געוועזענעם חבר הכנסת משה גפני ביי זיין אויפטריט.
שטייענדיג מיט בלויז איין וואך פארבליבן ביז די עלעקשאנס אין מדינת ישראל, ווערט די אנגעצויגנקייט צווישן די פאליטישע בלאקן אלס שטערקער. צוויי פרישע אנקעטעס וואס זענען פארעפנטלעכט געווארן היינט דינסטאג אוונט, שטעלן טאקע די 'ליכוד' פארטיי אין די שפיץ, אבער זיי ווייזן גאנץ אנדערע בילדער איבער די כוחות פון די פארטייען: לויט די 'טשענעל 14' אנקעטע באקומט די רעכטע בלאק 62 מאנדאטן, אבער די 'i24' אנקעטע שטעלט נתניהו'ס בלאק ביי בלויז 58, קעגן 48 פאר די 'שינוי' בלאק.
אין די טשענעל 14 אנקעטע פירט ליכוד מיט 30 מאנדאטן, און 'יש עתיד' באקומט 20. די פארטייען ש"ס, די דעמאקראטן, און 'יחד' באקומען יעדער 9 מאנדאטן. עוצמה יהודית, יהדות התורה, און די געמיינזאמע ליסטע באקומען יעדער 8, הציונות הדתית באקומט 7, און ישראל ביתנו מיט רע"ם באקומען 6 יעדער איינער. לויט דעם אויסשטעל האלט די רעכטע זייט ביי 62 מאנדאטן, בשעת די לינקע בלאק האלט ביי 44.
ס'לייגט זיך גאנץ שטארק אויפ'ן שכל אז די דעמאקראטן קענען מעגליך באווייזן איבערצונעמען מיט א מערהייט פון די גאווערנאר פאסטנס אין די קומענדיגן נאוועמבער וואלן, צום ערשטן מאל זינט יאר 2010.