ווידעאס: כ"ק מרן רבינו שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת החתונה פונעם הויז בחור החתן יעקב עפשטיין, בן הרה"ח ר' מרדכי מענדל עפשטיין הי"ו, מנאמני ביתו פון רבינו שליט"א.
https://t.co/6RWK4xMwXQ
עשה למען חינוך בנינו: קריטישע אינהאלטסרייכע אינטערוויו אויף "מערכת סאטמאר" מיט העסקן ר' שמואל מרדכי שטערן הי"ו מיט דעטאלן איבער די גזירת החינוך און די דרכי השתדלות. https://t.co/DcVRFjXeZC
כ"ק מרן רבינו שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת השבע ברכות פון בן הרה"ג רבי אשר מאנן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו בית יעקב נחמי' וויליאמסבורג. https://t.co/yPKrtpgSks
פילע ווידעאס: רבבות אנשי שלומינו נעכטן ביים גיגאנטישן מעמד "כ"א כסלו" אין די ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א. https://t.co/HAyg5NtX9h
בילדער און ווידעאס פון די צוגרייטונגען אינעם גיגאנטישן "קראונהייטס" ארמארי געביידע פאר די היינט נאכטיגע "כ"א כסלו" סעודת השנתי לרגל יום הצלה והשחרור של רבינו הק' זי"ע. https://t.co/yxfZ0DAio5
אין די יעצטיגע טעג האט זיך אנגעהויבן די ארבעט צו גענצליך איבערפרישן און ערגענצן די דרויסנדיגע טייל פון ביהמ"ד דקהלתינו הק' אויף קליימער סט. אין וויליאמסבורג. נדבת לבו פון הרבני הנגיד הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
פייערדיגע דברות קודש פונעם מנהיג העדה ראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר שליט"א נעכטן ביים מעמד אדיר "הדעה והדיבור" אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג. במקהלות אלפי אנשי שלומינו. https://t.co/21e2GbvJRJ
טויזנטער אנשי שלומינו האבן נעכטן נאכט איבערגעפילט ביהמ"ד אין וויליאמסבורג על כל גדותיו ביים מעמד אדיר "הדעה והדיבור" צו חזר'ן די הייליגע יסודות האמונה נישט צו פארכאפט ווערן מיט ציונות ח"ו. https://t.co/U92j9NHuJv
בְּךָ בָּטְחוּ אֲבתֵֹינוּ בָּטְחוּ בָּטְחוּ וַתְּפַלְּטֵמוֹ: די היי-יעריגע מעמד אדיר "כ"א כסלו" אפצוצייכענען דעם יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הק' זיעועכ"י, בהשתתפות רבבות אלפי ישראל ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועט בעז"ה פארקומען אין די גיגאנטישע "קראונהייטס" ארמארי געביידע.
מעמד שמחת הכנסת ספר תורה וחנוכת הבית פאר ביהמ"ד "בית יעקב" דקהל יטב לב קרית יואל אין שכונת בלומינגראוו אריינגעגעבן דורך הנגיד ר' יעקב שווימער הי"ו. https://t.co/JxCO29MjdP