איראנער אוטאריטעטן זענען געזען געווארן זיך צוגרייטן אויסצופירן טויטשטראף אורטיילן פאר דריי מענער אינעם אלי קהאני סקווער אין איספאהאן אויף קלאגעס פארבונדן מיט די דעצעמבער 2025 פראטעסטן.
פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אין א פרואוו צו בלאקירן די טויטשטראף אורטיילן פון ווערן אויסגעפירט. זיכערהייט כוחות האבן פארטריבן די פראטעסטירער נוצנדיג טרערן-גאז און געשאסן קוילן אין די לופטן צו ווארענען די פראטעסטירער.
עדות אויפן סצענע זאגן אז זיי האבן נישט געזען אז די טויט אורטיילן זאלן אויסגעפירט ווערן. זיי זאגן אז די פאליציי האט אנשטאט זיך פארנומען מיט פארטרייבן די פראטעסטירער. ס'איז דערווייל נישט קלאר אויב די אורטיילן זענען למעשה געווארן אויסגעפירט.
'אפען-עי-איי' סי-אי-או סעם אלטמאן וועט זיך טרעפן די וואך מיט הויכראנגיגע באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע, געזעצגעבער, און עקאנאמיסטן אין וואשינגטאן צו איבערגעבן א באריכט איבער די מעגליכקייטן פון די פירמעס צוקונפטיגע עי-איי מאדעלן.
• סי-ען-בי-סי •
אמעריקאנער באאמטע זענען שטארק באזארגט אז די ליידיגע אמוניציע זאפאסן וואס קומט אין רעזולטאט פון די מלחמה מיט איראן, קען פאראורזאכן אז כינע און רוסלאנד זאלן אויסנוצן די מאמענ�� צו נעמען שריט קעגן אייראפע, ספעציעל רוסלאנד אין איר מלחמה מיט אוקראינע.
• ניו יארק טיימס •
מער ווי 200,000 מענטשן זענען געצווינגען צו עוואקואירן פון זייערע הייזער צוליב שווערע וואלדפייערן וואס ברענען אי�� פראנקרייך און אין שפאניע.
אין שפאניע, האבן באאמטע געזאגט אז די וואלדפייערן נעבן מאדריד זענען נאך דערווייל אינדערויסן פון קאנטראל נאך וואס עטליכע פייערן האבן זיך פאראייניגט צו איין ג��ויסע וואלדפייער.
נאנט צו 10,000 אקער לאנד איז שוין געגאנגען א גאנג אין מאדריד, מיט איבער 15,000 אקער לאנד אין די ארומיגע געגנטער וואס זענען שוין געפאלן א קרבן צו די מאסיווע פלאמען, און אוטאריטעטן האבן געווארנט אז די פייערן קענען זיך פארברייטערן אין די קומענדיגע טעג, געוואנדן לויט די ריכטונג פונעם ווינט.