"ווי גיילעך": נאך פונעם היינטיגן שמחת החתונה לבן הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות הקודשים תולדות אהרן, וועלכע איז פארגעקומען אין שטאט בית שמש.
פרעזידענט טראמפ באשולדיגט זעלענסקי אז ער וויל נישט ענדיגן די מלחמה! טראמפ זאגט אז די אוקראינישע אטאקעס אויף די רוסישע דיזעל רעפיינעריס האבן א נעגאטיווע השפעה אויף אמעריקאנער פארמערס און ביזנעסער, און עס שטערט אויך די שלום געשפרעכן. ער טענה'ט אז ער האלט זיך צוריק פון נעמען פרישע שריט קעגן רוסלאנד כדי צו האלטן מאסקווע אינוואלווד אין די געשפרעכן. "איך וויל אז די מלחמה זאל זיך ענדיגן!"
בתופים ובמחולות: ירושלימער קעדאטשקירער יענקעלע קארנבליט ווערט געזעהן אין א ריקוד ברחובת ירושלים ביי א שמחת הכנסת ספר תורה אין שטאט (קרעידט: א. אייזנבאך)
רעגירונגס שפענדונג ציפערן צייגן אז די פעדעראלע בוזשעט דעפיציט פון די פאראייניגטע שטאטן איז געשטיגן אין לויף פון 2026 מיט גאנצע צוועלף פראצענט, גרייכנדיג 1.992 טריליאן דאללער.
אויסער די צוויי יארן פון קאוויד, 2020 און 2021 ווען די רעגירונג האט געספענדט גאר אסאך, איז די דאזיגע שפרונג פון צוועלף פראצענט די גרעסטע בודזשעט דעפיציט פון די פעדעראלע רעגירונג, גרייכנדיג א רעגירונכ שפענדונג פון נאנט צו זיבן און א האלב טריליאן דאללער.
אז פרעזידענט טראמפ קומט ארויס מיט אן אינדארסירונג פאר ביבי נתניהו צו די בעפארשטייענדע אלעקשאן אין מדינת ישראל, מיינט דאס אז יש דברים בגו, און ער וועט פשוט לדעתי געווינען די וואלן, און דערביי גענדיגט זיין שטילקייט ארום די פארמעסט ערשיינענדיג מיט אן אפיציעלע אינדארסירונג, אים אויסלויבנדיג אלס א גוטער פריים מיניסטאר און א שטארקע שותף אין קאנפראנטירן איראן.
בארימטער עסקן און איזראעלי זשורנאליסט טיילט מיט א זיס-הערליך ווידיאו פונעם שמחת החתונה לבן הרבני הנגיד ובעל צדקה ר' מרדכי קרויס הי"ו, וועלכער איז פון די גרעסטע תומכים פון די מוסדות הקדושים תולדות אהרן. רבו הגדול, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, איז פערזענליך געקומען ספעציעל קיין בית שמש סידור קידושין צו זיין ביי די שמחה, טראץ וואס אינעם זעלבן טאג פון די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן איר אייניקל אין ירושלים.
מחול לצדיקים מוזרים: אמן הרגש ומרן ה"ווי גיילעך" אברהם מרדכי שוורץ, הקאוצ'ר של הזמרים נטע שפר והרקדן שייע בלוי - בריקוד קדצ'קה בשמחת חתונת בנו של איל ההון והפילנתרופ מתולדות אהרן, ר' מרדכי קרויס, שר החוץ הבלתי רשמי של החצר
כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ארץ ישראל בקרב חסידיו, איז היינט פארמיטאג אנגעקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, פו דארט איז די רבי ארויסגעפארן קיין גליל מתפלל זיין ביי די קברי צדיקים, ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, און ביים ציון הק' פון זקינו כ"ק אדמו"ר מסטוטשין זצ"ל לקראת די הילולא קדישא וואס געפאלט דעם דינסטאג ט' חשון.
ווילדע ראיאטירער האבן זיך אריינגעבראכן און וואנדאליזירט דעם בית המדרש אויף בורנאף סטריט אין פאריז.
וואס איז פשט אז יונגע סטודענטן, וואס פראטעסטירן לכאורה איבערן שוואכן מצב פון די פראנצויזישע עדיוקעישאן סיסטעם, זאלן אטאקירן א בית המדרש? קען זיין אז עס ליגט אסאך מער אונטער די יעצטיגע פראטעסטן וואס די מעינסטרים מידיא פרובירט צו באהאלטן און נישט באריכטן?
איך קען עס פשוט נישט פארשטיין; דו קומסט אפיציעל פארטרעטן דעם חרדישן ציבור און די ארטיגע תושבים, און דו רופסט זיך גאר אונטער דעם נאמען. למעשה אבער, זיצטו אויף די ארטיגע מידיא און דו טוסט פונקט דאס פארקערטע; דו בארעדסט דעם היימישן עולם, סיי בנוגע די גאנצע מעשה פון אקטאבער דעם זיבעטן און סיי אין אלגעמיין. איך האב פשוט נישט קיין שום השגה וואס דא איז געשען.
הולך ונבנה: אין שטאט בארא פארק ווערן געזעהן די פלייסיגע ארבעטער ביי דער עבודת הקודש ביים גיגאנטישע בנין ביהמ"ד החדש דקהל עטרת צבי דליסקא, וואס ריקט זיך פאראויס צום קומענדיגן שלב, להחזיר עטרה ליושנה.
די פראנצויזישער אידישע געמיינדע איז חלולה א ציל פאר די מוסלעמענער עקסטרעמיסטן:
היות א גרויסע חלק פון די וואס פירן אן די ראיאטן זענען מוסלעמענער עקסטרעמיסטן און עקסטרעם לינקע, ווערט די גאנצע אנארכיע שנעל אויסגענוצט פאר אנטיסעמיטיזם. די מיניסטעריום פאר תפוצות אין ארץ ישראל האט לעצטענס געווארנט די פראנצויזישע רעגירונג אז די פראטעסטן אין די היי-סקולס זענען פארוואנדלט געווארן אין א פלאטפארמע פאר אנטיסעמיטישע העצע, וואו מוסלעמענער סטודענטן האבן ארויסגעוויזן סוואסטיקעס און משפחות האבן מורא ארומצוגיין מיט אידישע סימבאלן אין די גאסן.
דער מצב איז אזוי שטארק אנגעצויגן, אז די פאליציי אין פאריז האט אפיציעל פארבאטן עטליכע ריזיגע עקסטרעם לינקע און פרא-פאלעסטינער פראטעסטן, אריינגערעכנט די פלאנירטע הפגנות ארום דעם אקטאבער 7, אויס מורא אז דאס וועט פירן צו שרעקליכע טעראר אטאקעס און געוואלדטאטן קעגן אידן און בתי מדרשים. אין איין פאל האט מען וואנדאליזירט א מדינת ישראל פאן ביי א פובליק אויסשטעלונג אין פאריז מיט בלוט-רויטע פארב.
צוליב דעם שרעקליכן מצב וואו אידן פילן זיך נישט פארזיכערט, האט דער איזראעלי פרעמיער מיניסטער נתניהו באפוילן פאר די מיניסטארן אהנצוצייכענען אן אפיציעלע עמערדזשענסי פלאן פאר א מאסיווע כוואליע פון עליה פון פראנצויזישע אידן.
קיין שום איד איז נישט שולדיג אין דעם חורבן דארט, אבער ווי שטענדיג, ווען די פאריזער גאסן קאכן מיט מוסולמענער אנארכיע – זענען די אידן די ערשטע וואס דארפן זוכן א מקום מקלט. זאל די אויבירשטע האלטן זיין רעכטע האנט.
נאכ'ן געהויבענעם מעמד 'פתיחת הזמן' פאר די בחורי הישיבה דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אינעם נייעם הערליכן ביהמ"ד הגדול דבאבוב 45 אין בארא פארק, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות לקראת דעם נייעם זמן, זענען די תלמידי הישיבה אריבער לפני הקודש מקבל צו זיין ברכת קדשו. ביי די געלעגנהייט האט מען אויסגעטיילט פאר די בחורים ניס פון די משיירי נוי סוכה כנהוג, וואס די בחורים פירן זיך צו האלטן אינעם תפילין בייטל אלס א סגולה.
אנאליז: פאריז ברענט - די אנארכיע אויף די גאסן און דער פאליטישער פלאנטער פון מאקראן
די גאסן אין פאריז און אין אנדערע גרויסע שטעט איבער פראנקרייך קאכט יעצט מיט א מאסיווע כוואליע פון אנארכיע און שרעקליכע ברוטאלע געוואלדטאטן. די לאנד געפינט זיך שוין יעצט אין די פערטע וואך נאכאנאנד פון ווילדע ראיאטן וואס זענען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. די מצב איז אזוי שווער, אז לעצטנס זענען נאענט צו א מיליאן פראטעסטירער ארויסגעקומען שטורמען די גאסן איבערן גאנצן לאנד, אריינגערעכנט העכער הונדערט טויזנט מענטשן וואס האבן מארשירט אין פאריז אליין.
די בילדער וואס קומען ארויס פון דארט קוקן אויס ממש ווי פון א מלחמה זאנע: עקסטרעמיסטן צינדן אונטער ריזיגע פייערן, אטאקירן פאליציאנטן, און חרוב'ן היסטארישע געביידעס, למשל די היסטארישע "סיטי האל" געביידע אין לימאזש, וואס איז געבויט געווארן נאך אין יאר 1876, און איז אינגאנצן חרוב געווארן נאכדעם וואס מ'האט עס היינט אונטערגעצינדן. עס האט אפילו געהאלטן ביי א פונקט ווי ווילדע פראטעסטירער האבן פרובירט צו שטורעמען דעם אפיציעלן פאלאץ פון דעם פרעזידענט עמנואל מאקראן.
די פראגע איז: וואס גייט דא באמת פאר? ווער זענען די פראטעסטירער און פארוואס ברענט דאס לאנד?
פארקערט ווי די אלגעמיינע מידיא באריכטן וואס פרובירן דאס אראפצומאלן אלס סתם "געווענליכע סאציאלע פראטעסטן", ווייזט אבער א טיפערן בליק אויף וואס ס'טוט זיך אפ אויף די גאסן, אז די אנפירער פון די יעצטיגע ברוטאלע געוואלדטאטן זענען א קאמבינאציע פון צוויי הויפט כוחות:
די עקסטרעם-לינקע אנארכיסטן (פון די Antifa סארט): די דאזיגע גרופעס ניצן אויס די אומצופרידנהייט פונעם עולם קעגן די רעגירונג, כדי צו פירן אן אפענע מלחמה קעגן די קאפיטאליסטישע סיסטעם און קעגן די פאליציי. זיי זענען די וואס פירן אן מיט די וואנדאליזם, זיי ברעכן אויף געשעפטן, און צינדן אונטער שטאטישע געביידעס.
די מוסלעמענער ראיאטירער: פראנקרייך ליידט שוין יארן לאנג פון ריזיגע מוסלעמענער געגנטער (די געטאו'ס וואס ווערן גערופן "Banlieues") וואס זענען שוין כמעט אינגאנצן ארויס פון די הענט פון די פראנצויזישע געזעץ. די יעצטיגע כאאס דינט אלס א געלעגנהייט פאר די עקסטרעמיסטן צווישן זיי ארויסצוקומען און איבערנעמען די קאנטראל אויף די גאסן. אן אינטערעסאנטע סצענע וואס מ'האט אפגעכאפט אויף קאמערע ווייזט ווי די מוסלעמענער פראטעסטירער האבן איבערגעהאקט זייערע ווילדע מעשים אינמיטן פאריז כדי אפצוריכטן זייערע מוסלעמענער תפילות בציבור ממש אינמיטן גאס, און גלייך דערנאך האבן זיי ווייטער געצויגן מיט זייערע שרעקליכע מעשים.
עמנואל מאקראן ווערט היינט צוטאגס פאררעכנט אלס איינער פון די מערסט אומבאליבטע פרעזידענטן אין די היסטאריע פון די פינפטע רעפובליק אין פראנקרייך. זיין פאפולאריטעט האלט יעצט ביי בלויז בערך 15 פראצענט, וואס דאס איז די נידריגסטע שטאפל זינט ער איז געווארן פרעזידענט אין יאר 2017. דער עולם איז גאר שטארק אומצופרידן מיט דעם שווערן יקרות השער און דעם הויכן פרייז פון לעבן, די בודזשעט פאליסיס, די פריערדיגע פענסיע רעפארמען, און דעם אלגעמיינעם געפיל אז די רעגירונג לאזט איבער די פשוט'ע מענטשן אויפ'ן וואסער. מאקראן פון זיין זייט האט אנגעלייגט די שולד אויף די "זייער פון כאאס", און צוגעזאגט אז די וואנדאלן און רויבער וועלן ווערן נאכגעלאפן און באשטראפט מיט'ן גאנצן שטרענגקייט. זיין טערמין ענדיגט זיך אין יאר 2027, און די וואלן דערנענטערן זיך אין א צייט וואס די אטמאספערע אין לאנד איז גאר שטארק צעשפאלטן און פאלאריזירט.