נייעס און קהל יטב לב ד׳סאטמאר קרית יואל, און איבער די היסטארישע מאסיווע פראיעקט אויפצובויען בנין האדיר והחדש בית מדרשינו הגדול.
For comments please DM me
אלס טייל פון די העפטיגע אנגייענדע בוי ארבעט האט מען היינט אנגעהויבן צו אינסטאלירן דער דאך פון בנין ביהמ"ד החדש "בית כהנא" דקהל יטב לב "קרית יואל" שכונת חברון.
ברעיקינג!! קהל יטב לב "קרית יואל" האט געסיינט קאנטראקט אויף נאך א לאט אין שכונת "לעיק שאור" אין די "בלומינגראוו" געגענט אין ק"י, דאס איז אין צוגאב צום דערנעבענדיגן לאט וואס איז געווארן אפגעקויפט הארט בעפאר פסח, צו בויען א פראכטפולער גרויסער ביהמ"ד פאר אנשי שלומינו לשם ולתפארת.
סדר השבת פון הגה"צ אב"ד דקהילתינו ירושלים שליט"א בקרב קהילתינו הקדושה "קרית יואל",ליל שבת קודש וועלן זיך אלע תלמידי ישיבתינו עהקדושות צוזאמקומען מיט'ן רב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול.
בשורה טובה: הנהלת מוסדותינו הקדושים "קרית יואל" האט נארוואס "געקלאוזד" אויף דער בנין און שטח פון די עסזיסטירענדע פלייש געשעפט אויף 68 פארעסט רד. וואס געפינט זיך אין צענטער פון שטאט. ילכו מחיל אל חיל!